ארכיון אסע"י
304 סיפור מספר
|
זכויות
היצירה של הסיפורים מצויות בידי ארכיון הסיפור העממי בישראל ע"ש דב נוי
(אסע"י) באוניברסיטת חיפה. בכל הסיפורים
המובאים להלן מצוינים בהתאם להנחיות הארכיון הפרטים הבאים: המספר הסידורי של
הסיפור בארכיון, שם רושם/ת הסיפור, שם מספר/ת הסיפור, עדת המוצא |
|
חיה השמשית עם רוחות ושדים |
שם הסיפור |
|
חיה השמשית עם רוחות ושדים די געשיכטע וועגן וועלכע איך גיי דאדערט דערציילן, געדיינקען ווארשיינליך פיעלע פון די איינוואהנער וועלכע געפינען זיך דאדערט היינט אין ישראל. דאס האט פאסירט אין יאהר 1936 אין דער קאוונער פארשטאט פאנעמון (פאעמון איז געלעגן 7 ק"מ מזרחדיק פון קאוונע). פאנעמון איז געוועזן א קליין שטעטאלע וועלכע האט געציילט בא פיר טויזנט איינוואהנער צווישן זיי בא 80 יידישע משפחות, אלע איינגעווארצלטע אלטע בעלי בתים יידן הארע פאשניקעס וועלכע פלעגן די מייסטע פון זייער פרייע צייט פארברינגען אין בית מדרש, ביים דאוונען אדער ביים לערנען. דער "עמך" ביים משניות און דער מער געלערנטער ביי חברה ש"ס. אין פאנעמון האבן זיך געפונען דריי בתי כנסת. די גרויסע און אלטע שוהל וועלכע ווי מען האט דערציילט איז זי אלט געוועזן בא 400 יאהר. און אופן זעלבן הויף האט זיך געפונען דער בית המדרש, אין דער אנדער גאס ווי מען האט עס גערופן אין פאנעמון האט זיך געפונען די קלויז, און בשכנות מיט דער קלויז האט דארטן געלעבט דער פאנעמונער רב, הרב ר' אפרים מה-יפית. טראץ דעם וואס דער רב האט געווינט אין יענער גאס און נאנט צו דער קלויז אבער דאוונען פלעגט ער דאוונען אין בית מדרש, אדער אין דער גרויסער שוהל, וועלכע האבן זיך געפונען בערך מער ווי א האלבן קילאמעטער פון זיין הויז. פאר דער גרויסער שוהל און בית מדרש איז געוועזן א שמש מיט זיין ווייב וועלכע האבן פיעלע יאהרן דארטן געוווינט און געארבעט. דער שמש איז מיט פיעלע יאהרן צוריק געשטארבן וועלכע מיר די יינגערע האבן אים געקענט נור פון דערציילן, אבער דערפאר חיה, די שמשטע האבן אלע געקענט יונג און אלט, די קליינע און יונגע האבן איר געקענט צוליב דעם וואס דער חדר האט זיך אייכעט געפונען אפן שוהל-הויף און חייה די שמשטע האט געוווינט אין א קליין צימערל אין בית מדרש. און פלעגן זיך די גאנצע צייט ארומדרייען דארטן, פון בית מדרש אין שוהל, פון שוהל אין חדר און פון חדר אפן שוהל הויף. טראץ דעם האט חייה געוווסט צו דערציילן פארשידענע מעשיות פון מענטשן וואס זיינען שיין לאנגע יארהן געוועזן אפן עולם האמת. פארשידענע לעגענדעס, און אז מען פלעגט א מאל וועלן וועגן וואס ניט איז וויסן פלעגט מען בא חייהן פרעגן. אייכעט האט זי געוווסט וואס עס טוט זיך אין דעם אלטן פנקס פון פאנעמון. וואס עס איז געבליבן נאך בירושה פון דור צו דור. די מערסטע צייט פון יאהר פלעגט מען דאוונען אין בית מדרש, ערשטנס ווייל דער בית מדרש איז געוועזן פיעל קלענער פון דער גרויסער שוהל, און פאר דעם קהל מתפללים פלעגט גענוג זיין דער בית מדרש א גאנצן יאהר. אין דער צייט ווען אין דער אלטער גרויסער שוהל פלעגן זיך א פינף זעקס מנינים יידן כמעט ווי ניט ארויס זעהן. און צווייטנס און דאס איז טאקע אייכעט דער עיקר געוועזן. וואס פאר דער גרויסער שוהל האט מען געדארפט האבן א סאך מערער ברען מאטעריאל (האלץ אדער קוילן) צו דער הייצן איר איבערהויפט אין די ווינטערדיקע טעג און אוונטן ווען די קעלטן זיינען גרויס געוועזן. דעריבער פלעגט טאקע די גרויסע אלטע שוהל שטיין לאנגע חודשים פון יאהר פארשלאסן אוף א אייזערנע ברייטע שטאבע. אבער דערפאר אז עס פלעגט אנקומען דער פריהלינג, און עס פלעגט אנקומען דער ערב פסח ווען דאס פלעגט יעדעס יאהר זיין די ערעפענונג פון די שוהל פלעגן אופלעבן די אלטע שוהל, זי פלעגט ווערן אויסגעשאטן די גאנצע שוהל מיט פרישן העלן זאמד אנגעצונדן די פיעלע עלעקטרישע ליכט און פלעגט באקומען א פייערליכן אויסזעהן. אלע שבת און יום טובים צווישן פסח און סוכות פלעגט מען דאוונען אין דער גרויסער שוהל, ווייל איבערהויפט פלעגן אין די יום טובים קומען מייסטנס מתפללים וועלכע פלעגן אין א געוויינליכן שבת ניט קומן אין שוהל, און טראץ דעם פלעגן קומען די מתפללים וועלכע האבן געלעבט ווייטער אין צווייטן ברעג שטעטל ווו עס האט זיך געפונען די קלויז, אבער יום טוב פלעגן מייסטנס קומען הערן דעם חזן מיטן כאר אין דער גרויסער שוהל. יעצט אז איך האב געגעבן אט א קליינעם איבערבליק פון דער שטעטל פאנעמון, מיט אירע דריי בתי כנסת וועל איך איבערגיין צו דעם עצם געשיכטע. ווי שיין געזאגט האט דאס פאסירט אין יאהר 1936 אין יום טוב שבועות אין אוונט נאכן דאוונען. ווי באקאנט פאלט אויכעט דער יאהרצייט פון דוד המלך שבועות, און אויך אין די נאכט בלייבן יידן נאכן דאוונען זאגן תיקון שבועות, אין די נאכט זאגן יידן תהילים. איז ווי שטענדיק אייכעט דאס יאהר אין די נאכט פון שבועות נאכן דאוונען, ווען דער עולם איז זיך פאנאנדער גיגאנגען א היים, געבליבן א קליינע גרופקע יידן צוזאמען מיטן רב פון שטעטל און אייכעט דער חזן, ר' חיים דוד מודריק האט זיך געפונען צווישן זיי. געבליבן זיצן ביים ארון הקודש ביי דער מזרח וואנט ווו די גרויסע בימה האט זיי פארשטעלט, די ליכט אין שוהל איז שיין געוועזן אויסגעלאשן נור א פאר לעמפלאך ביי דער מזרח וואנט איז געבליבן ברענען וועלכע מען האט איבערגעלאזן פאר די עטלאכע תהילים זאגער. חייה די שמשטע האט פארגעסן דעם גאנצן פותר חלום אז היינט בלייבן יידן אין שוהל און בערך אין א האלבע שעה ארום נאך דעם ווי מען האט געענדיקט דאוונען איז זי שיין בא זיך זיכער געוועזן אז אין שוהל איז קיינער ניטא, און זיך ניט איינקוקנדיק אינווייניק האט זי אייכעט ניט באמערקט די איבערגעבליבענע יידן, און ווי געוויינליך פארשלאסן די טיר אף די פאר גרייסע שלעסער, און זיך אוועקגיגאנגען בא זיך אין צימערל. ד.ה. אין בית מדרש וועלכער האט זיך געפונען אונגיפער א 20-15 מעטער אפן זעלבן הויף פון דער אלטער גרייסער שוהל ווו עס האבן זיך געפונען די תהילים זאגער. חייה האט זיך לאנגזאם אפגעגעסן, און זיך אנידער געלייגט שלאפן. אין א פאר שעה ארום ווען די יידן האבן געענדיקט אגן די תהילים, און אנגעהויבן צו גיין א היים, ווי ערשטוינט זיי זיינען געווארן, אזא מין דורפריז האט זיי ערווארט, די טיר איז פארשלאסן, טראץ דעם וואס דער הונגער האט זיי שיין געמאטערט, אבער די שרעק פון די משפחות, וועלכע ווארטן אין שטוב מיטן עסן און א חוץ אלעמען דאס געפונען זיך אין דער אלטער גרויסער פאנעמונער שוהל, דאס אליין פלעגט אנווארפן א פחד און א מורא אף די אינווייניק געבליבענע מענטשן. זיי האבן אנגעהויבן צום קלאפן מען האט געקלאפט, און עס איז אין קול ואיננו, קיין אנדער מיטן האבן זיי ניט געקענט אננעמען א חוצן קלאפן, ווייל צו קיין פענסטער האט מען ניט געקענט צוקומען, זיי זיינען געוועזן זייער הייך, און אן א הייכן דאפלטן לייטער וואלט מען פאר קיין פאר ניט קענען צוקומען. די יידן אין שוהל האבן קיין אנדער מיטל מער ניט געהאט ווי דאס איינציקע מיטל נוא צום קלאפן, און אלע מיט איינמאל ניט קוקנדיק וואס עס איז שיין יום טוב מיט וואס מען האט נור געפונען אינווייניק אין שוהל גענומע זעצן אין טיר און וואס אלץ ווייטער אלץ שטארקער זיינען פארגעקומען דאס קלאפעריי. ביז די קלעפ זיינעכן דערגאנגען אוף אזיי ווייט, אז די שלאפנדע שמשטע האט זיך אופגעכאפט פון שלאף. א פארשלאפענע זיצט זי אין בעט און הערט זיך גוט צו, צי דאס דורכט זיך איר צי ניט די דאס חלמט זיך אז דער אלטער גרויסער שוהל הערט זיך קלאפערייען. אין א וויילע ארום האבן ווידער זיך אנגעהויבן די קלעפ אין טיר און די געשרייען פון די איננווייניקסטע אידן. יעצט זאט זי אז דאס איז ניט קיין חלום, און זי האט זיך אנגענומען מיט ארונטערגיגאנגען פון בעט זיך אנגעטאן, און מיט לאנגזאמע טריט דערנענטערט זי זיך צו דעם אריינגאנג פון שוהל. אין דעם מאמענט אבער האבן זיך די קלעפ אויפגעהערט ווייל דארטן זיינען זיי דערווייל מיד געווארן. חייה דערנענטער זיך נאנט צו דער טיר, זי זעט אז די שלעסער הינגען אין ארדנונג ניט גערירט אזיי ארום אז עס איז אלץ אין ארדנונג, זי וויל שיין גיין צוריק זיך אנידערלייגן שלאפן, ערשט פלוצלינג א זעץ פון אינווייניק אין טיר, זי איז באלד פון שרעק א נידער געפאלן אוף דער ערד, א טייט דערשראקענע האט זי זיך אף אלע פיר ארויסגעשארט צוריק פון קאידארצ'יק אויס דרויזן אן א אטעם געבליבן א וויילע אנגעשפארט אין דער פינסטערער נאכט אן דער וואנט פון דער שוהל זי קען זיך ניט רירן פון שרעק, און מיט א פארכאפטן אטעם אין שרעק, די ציינער קלאפן איז פון אופרעקונג, די העט מיט די פיס ציטערן איר פון שרעק, הערט זי זיך צו וואס עס טוט זיך אינווייניק, זי הערט אזיי ווי מענטשן וואלטן מורמאלען. זי הערט ווייטער שטימען, מענטשן באוויגן זיך דארטן, זי האט זיך אנגענומען מוט און א פרעג געגעבן: - ווער איז דארט פון אינווייניק האט אין דעם מאמענט קיינער ניט געענטפערט, ווייל די מענטשן זיינען צוריק אוועק זיך אפרוהען פון מידקייט און אייכעט פון אופרעקונג צו דער מזרח וואנט , דארטן ווו עס האט געברענט די פאר ליכטלאך. און דעריבער האבן זיי טאקע ניט געהערט וואס זי האט געפרעגט. אין דעם מאמענט איז זי ווידער צוגעגאנגען צו דער גרויסער טיר און זיך איינגעקוקט דורך דער גרויסער שליסל לאך פון טיר, און דא האט זי באמערקט שאטנס אזוי ווי סילועטן וואלטן זיך פונדערווייטן באוועגן. נאך מער דער שראקן האט זי זיך אפגערוקט פון דער טיר און ניט מיט אירע קולות אוסגעשריעןף ווער איז דאס מיט אמאל האט זי דערהערט א לויפריי צו דער טיר, מען לויפט אינווייניק און מען שרייט. דא איז פאר איר שיין קלאר געווארן אז אין שוהל געפינען זיך שדים אדער רוחות. דער ווייל זיינען די מענטשן וואס האבן זיך געפונען אינווייניק צוגעלאפן צו דער טיר און מיט פרייד א פרעג געטאן: - ווער איז דאס, חייה - יא, - האט זי א צושראקענע געענטפערט. איך, חייה די שמשתע. - אי, - חייה האט זיך דערהערט פון יענער זייט. ג' (גאט) האט אייך צוגעשיקט. זייט אזיי גוט און לאזט אונז ארויסעט, פינסטער איז איר געווארן אין די אייגן. אט הערט זי דאך באשיימפערלאך שטימען טאקע פון אינווייניק: - ווער זייט איר גיט זי א פרעג. - חייה, חייה, איר דערקענט מיר ניט, דאס איז דאך דער רב! - דער רב אי שמע ישראל געוואלט. האט זי באלד איסגעשרייען. רבי גייט אין אייער רוה, זי האט זיך אין דעם מאמענט דערמאנט אן דעם אלטן פאנעמונער רב, וועלכער איז נפטר געווארן מיט -2 יארן צוריק. דער רב האט זיך פאר איר דערשראקן און צוגערופן דעם חזן, ר' חיים דוד מודריק, און דאדערט האט ער אנגעהויבן: - חייה, זייט אזיי גוט און עפנט אופנעט די טיר און באפרייט אונז פון דאנענט. - ווער איז דאס, וואס איז דאס ווידער פאר א אנדער שטימע ווער זייט איר. - איך, איך, חייה, דער חזן, איך בין דאדערט, אייכעט דער רב איז דא פאראן און נאך עטלאכע בעלי-בתים לאזט אונז ארויסעט. - אי, געוואלט, ר' חזן, גייט אין אייער רוה. לאזט אונז אלעמען צו רוה. זייט גוטע בעטערס פאר אונד אלעמען (זי האט זיך אייכעט אין דעם מאמענט דערמאנט אן דעם אלטן פאנעמונער חזן, וועלכער איז אייכער מיט 29 יאהר צוריק געשטארבן). זי האט זיי איבערגעלאזן אינווייניק און איז אוועקגעלאפן, און באלד איז דאס שטעטל ווי מיט א גלאק פארנאנדער געקלינגען געווארן אז עס זיינען ארויס פון די קברים דער אלטער פאנעמאנער רבי מיטן אמאליקן חזן, און צו אלעמען נאך אנגערופן נעמען פון מענטשן וואס זי האט דערקענט די שטימען פון אינווייניק (ווי די פאנטאזיע האט בא איר אין דעם מאמענט געארבעט) וועלכע זיינען שיין אייכעט לאנג אפן עולם האמת געוועזן. און אין שטעטל איז געווארן היימלאך, מענטשן וועלכע האבן שיין געהאט אפגעגעסן, און זיינען געזעסן בא א צייטונג, ווער אפן בריקל פארן גאס, און ווו מען האט נאך ניט געהאט אפגעגעסן אלע האבן זיך געלאזט לויפן צו דער גרויסער אלטער שוהל, נוא צו אונזער שטוב איז די ידיעה ניט דערגאנגען ווייל מען האט ניט געוואלט מצער זיין מיין זיידן, דעם היינטיקן חזן-שוחט, אז דער אלטער חזן איז צוריק אין שטעטל געקומען און געפינט זיך שיין אין שוהל... נוא אזוי ווי בא מיין זיידן אין שטוב האבן מיר אלע געווארט מיטן עסן, און שיין טאקע אונרוהיג געווארן און ניט געוווסט וואס איבערצוטראכטן, וואס דער זיידע איז נאך אזיי שפעט פון שוהל ניטא (אין דעם מאמענט איז די שטוב ביים חזן געוועזן פון, ווייל יום-טובים פלעגן זיך ביים זיידן צונויפקלייבן אלע חתונה געסטע קינדער מיט די משפחות זייערע). האט מען באשלאסן אז מען זאהל צוגיין אין שוהל זעהן וואס עס איז געשעהן וואס דארט האט פאסירט וואס אזיי שפעט איז נאך דער חזן ניטא. איך בין געוועזן איינער פון דער דעליגאציע וואס איז געגאנגען צו דער שוהל זוכן דעם פארפאלן געגאנגענעם חזן. דעם בילד וואס מיר האבן געפונען בא דער שוהל יונג און אלט זיינען געשטאנען בא דער קאליטקע פון שוהל הויף אונטער א סלופ פון א עלעקטרישן פאנאר צעשראקענע, נאנט צו דער שוהל האבן זיי אלע מורא געהאט צוצוגיין, נוא ווי מען האט אונז געזעהן אנקומענדיק, זיינען אונז אלע געלאפן אנטקעגן און זיך דעווונדערט ווי אין אנקל, דעם חזנס זוהן גייט דירעקט צו דער שוהל טיר. און ווי נור דער אנקל מיינער האט אין דער הויך דורך דער טיר א פרעג געטאן: - טאטע און פון יענער זייט האט זיך אפגערופן דער חזן: - שמואל, נעם דעם שליסל בא חייה די שמשתע, און שליס אופן די טיר, און זע וואס האט דארטן מיט איר פאסירט. זי איז דורכט זיך לא עלינו משוגע געווארן, צי אראפ פון זינען, זי האט אונז פארשלאסן און נאכער אז איך האב איר געבעטן און אייכעט דער רב, האט איר געבאן זי זאל אונז ארויסלאזן, האט זי צו אונז גערעדט ווי צו טויטע. עס איז מיר שווער צו דערציילן, אבער איך מיין אז יעדערער קען זיך עס אליין פארשטעלן ווי עס האט אויסגעזעהן דאס בילד ווען די מענטשן זיינען ארויסגעגאנגען פון שוהל, און ווען מיר זיינען מיטן זיידן א היים געגאנגען, האבן מיר אייכעט געטראפן דעם רב טאכטער וועלכע איז אייכעט געגאנגען זעהן וואס ס'האט פאסירט מיטן רב, וואס ער איז אייכעט אזיי שפעט א היים ניט געקומען. און די געשיכטע מיט שבועות פלעגט מען יעדעס יאהר דערציילן אין פאנעמון און דאס האט געהייסן "חייה די שמשטע מיט די רוחות און שידים". רבי און חזן גייט אין אייער רוה און זייט גוטע בעטערס פאר אונז. אבער דער סוף איז ליידער געוועזן אז חייה די שמשטע האט געהאט א קליינעם טעות דאמלסט ניט דער רב הרב מה-יפית מיטן חזן ר' חיים דוד מודריק זיינען געוועזן די רוחות און שידים אליין נור ליידער זיינען זיי דורך די נאצישע שדים און טייוולאנים אליין אומגעקומען. אין יאהר 1941, וואס דאס האב איך אייכעט אליין מיט מיינע אייגענע אויגן געזעהן. ווי אין א מאנטיקדיקן טאג דעם 18 אוגוסט, אין דעם אויבן אנגעוויזענעם יאר איז דער רב מיט זיין גאנצער משפחה אייכעט די טאכטער וועלכע איז אין יענעם שבועות געגאנגען זוכן איר טאטן פון שוהל, און אים באגלייט דאמלסט אהיים, האט אים יעצט באגלייט צום עולם האמת. אייכער דער חזן מיט זיין גאנצער משפחה האבן צו מיר דעם לעצטן מאל מיט דער האנט געמאכט זיך געזעגענענדיק פון דער ווייטנס ווען מען האט זיי אלעמען געפירט צום זעלבן וועג אין טאג . פון 28 אוקטובר 1941 תרגום לעברית חיה השמשית עם הרוחות והשדים תרגמה מיידיש: יהודית אורן הסיפור שאני עומד לספר לכם, זוכרים אותו בוודאי רבים מהאנשים שנמצאים כיום בישראל. הדבר קרה ב- 1936 בעיירת המחוז של קובנה, פנמון (פנמון נמצאת שבעה ק"מ מזרחית לקובנה). פנמון היתה עיירה מבודדת. היו בה כארבעת אלפים תושבים, ביניהם שמונים משפחות יהודיות. כולם בעלי בתים זקנים מושרשים במקום. יהודים שאת רוב זמנם הפנוי בילו בבית המדרש בתפילה ולימוד. ה"עמך" למדו משניות, המלומדים יותר תלמוד. בפנמון היו שלושה בתי כנסת. בין הכנסת הגדול העתיק, שלפי סיפורים הוא כבר עומד ארבע מאות שנים. באותה חצר היה גם בית-המדרש. ברחוב השני, כך קראו לרחוב, בפנמון היה עוד בית-כנסת. בשכנות לבית הכנסת הזה גר הרב של פנמון, הרב ר' אפרים מה-יפית. למרות שהרב גר ברחוב האחר, קרוב לבית הכנסת שברחוב, הוא התפלל בבית המדרש או בבית הכנסת הגדול, שנמצא חצי ק"מ בערך מביתו. לבית הכנסת הגדול ולבית המדרש היה שמש. הוא ואשתו גרו בחדר שעל-יד בית המדרש שנים רבות, ושם עבדו. השמש נפטר לפני הרבה שנים ואנו ידענו עליו רק מסיפורים. אך את אשתו, חיה השמשית הכירו כולם, צעירים וזקנים. הקטנים והצעירים הכירו אותה, כי גם ה"חדר" היה בחצר בית-הכנסת וחיה השמשית התגוררה בחדר קטן בבית המדרש. כל הזמן היא הסתובבה שם, מבית המדרש לבית הכנסת, מבית הכנסת לחדר ומהחדר לחצר בית הכנסת. חיה ידעה לספר מעשיות שונות על אנשים, שמזמן כבר היו בעולם האמת. כל מיני אגדות. וכשרצו לפעמים לברר משהו, היו שואלים את חיה. היא גם ידעה מה כתוב בפנקס של פנמון, שנשאר בירושה מדור לדור. רוב ימות השנה התפללו בבית המדרש. ראשית כי בית המדרש היה הרבה יותר קטן מבית הכנסת הגדול ולכן הוא הספיק לקהל המתפללים לכל ימות השנה, בעוד שחמישה-שישה מניינים לא היו נראים בבית הכנסת הגדול העתיק. שנית, וזה היה העיקר, לבית הכנסת הגדול היו צריכים הרבה יותר חומר בעירה (עצים, פחם) כדי לחמם, בעיקר בימי החורף ובערבים, כשהקור היה קשה מאוד. לכן בית הכנסת הגדול עמד חודשים רבים בשנה נעול בבריח ברזל רחב. אך בוא האביב, בהתקרב ערב הפסח, היה זה הזמן של פתיחת בית הכנסת והחייאתו. היו מפזרים על הרצפה חול בהיר וטרי, מדליקים את כל אורות החשמל. בית הכנסת היה מקבל מראה שמח של שבת ויום-טוב. מפסח עד סוכות התפללו בבית הכנסת הגדול. בכלל, בחגים ויום-טוב היו באים מתפללים רבים, שבשבתות רגילות לא הגיעו לבית הכנסת. בחגים הגיעו לבית הכנסת הגדול מתפללים שגרו רחוק יותר, בקצה השני של העיירה, אף על פי שהיה בקרבתם בית-כנסת, הם היו באים לשמוע את החזן עם המקהלה בבית הכנסת הגדול. ועתה, אחרי שמסרתי מבט קצר על העיירה פנמון ושלושת בתי הכנסת שלה אעבור אל הסיפור עצמו. כמו שכבר נאמר, הדבר קרה בשנת 1936 , בחג השבועות בערב, אחרי התפילה. כידוע, חל יום השנה למותו של דוד המלך, בשבועות. ויהודים נשארים אחרי התפילה לומר תיקון שבועות. בלילה זה אומרים יהודים תהילים. וכמו תמיד, גם בשנה זו בערב שבועות אחרי התפילה, כאשר הקהל התפזר לביתו, נשארה קבוצה קטנה עם רב המקום, והחזן ר' חיים דוד מורדיק גם הוא היה ביניהם. הם נשארו יושבים ליד ארון הקודש, ליד כותל המזרח, מקום שהבמה הגדולה הסתירה אותם. האור בבית הכנסת כבר כבה, רק נורית ליד כותל המזרח דלקה. אותה האירו לאומרי התהילים. חיה השמשית שכחה, שהיום נשארים יהודים בבית הכנסת. ובערך חצי שעה אחרי גמר התפילה היתה בטוחה שאין איש בבית הכנסת. וגם בהסתכלה פנימה לא שמה לב לחבורה שנותרה בבית הכנסת, וכמובן נעלה את בית הכנסת על ארבעת מנעוליו הגדולים, והלכה לה לחדרה הקטן, שהיה בבית המדרש במרחק עשרה, חמישה עשר מטר באותה חצר של בית הכנסת שבו נמצאו אומרי התהילים. חיה אכלה לאט את ארוחתה ושכבה לישון. כמה שעות אחר כך, כאשר היהודים גמרו לקרוא תהילים ופנו ללכת לביתם נדהמו מההפתעה שחיכתה להם הדלת הנעולה. למרות שהרעב הציק להם, עיקר דאגתם היתה הפחד של בני משפחותיהם, המחכים להם לארוחה. וחוץ מזה, הם נמצאים בבית הכנסת הישן הגדול של פנמון, עובדה זו בלבד הטילה פחד על האנשים שנשארו בבית הכנסת. הם התחילו לדפוק בדלת, אך אין קול ואין עונה. הם לא יכלו להשתמש בשום אמצעי אחר מלבד הדפיקות. לאף חלון לא יכלו להגיע, החלונות היו גבוהים וסולם כפול לא יכלו למצוא. ליהודים בבית הכנסת לא היתה כל דרך אחרת, אלא להמשיך ולדפוק, כולם בבת אחת, למרות שהחג נכנס. מה שרק מצאו בבית הכנסת הטיחו בדלת וככל שהזמן עבר דפקו יותר בחוזקה, עד שהדפיקות נשמעו למרחוק והשמשית הישנה התעוררה משנתה. מנומנמת היא ישבה במיטתה והאזינה. האם נדמה לה, או שמא חולמת היא שבבית הכנסת הישן הגדול נשמעות דפיקות. אחרי כמה דקות שוב נשמעו דפיקות בדלת וצעקות האנשים בפנים. עתה הבינה שאין זה חלום. היא ירדה ממיטתה, התלבשה ובצעדים איטיים התקרבה לדלת בין הכנסת. ברגע זה פסקו הדפיקות, כי האנשים התעייפו. חיה התקרבה יותר לדלת וראתה שהמנעולים במקום, איש לא נגע בהם, כך שהכל בסדר. היא כבר רצתה לשוב ולשכב לישון, לפתע הטחה חזקה בדלת מבפנים. מבהלה היא מייד נפלה על האדמה, מפוחדת עד מוות היא זחלה על ארבע בחזרה. בלי נשימה, נשארה מעט נשענת על הקיר בחשכת הליל בלי יכולת לזוז. בנשימה עצורה, שיניה נוקשות מהתרגשות, רגליה רועדות מאימה היא מקשיבה לנעשה בפנים. היא שומעת כמו קולות אנשים ממלמלים. שומעת קולות אנושיים. אנשים מתנועעים שם. היא אזרה אומץ ושאלה: מי שם? בפנים איש לא ענה ברגע זה, כי האנשים הלכו שוב לנוח מעט מעיפות והתרגשות אל כותל המזרח. שם עדין בער אור הנרות ולכן הם לא שמעו את שאלתה. ברגע זה היא שוב ניגשה לדלת הראשית והציצה בחור המנעול הגדול של הדלת וראתה צללים, כמו סילואטות, מתנועעים מרחוק. מפוחדת עוד יותר, היא זזה מהדלת ולא בקולה שאלה: - מי שם? פתאום היא שמעה ריצה אל הדלת, רצים בפנים וצועקים. פה כבר היה לה ברור שבבית הכנסת יש שדים ורוחות. בינתיים האנשים שהיו בפנים רצו אל הדלת ושאלו בשמחה: - מי זה? חיה - כן. - ענתה מבוהלת, חיה השמשית. - אוי, חיה, - היא שמעה מעבר לדלת, - אלוהים שלח אותך. הואילי בטובך והוציאי אותנו מכאן. חשכו עיניה של חיה. הרי היא שומעת קולות מוכרים מבפנים: - מי אתם? היא שואלת. - חיה, חיה, אינך מזהה אותי? זה אני הרב. - הרב? שמע ישראל, אללי. היא מייד צעקה. רבי, נוח על משכבך. היא נזכרה ברב הזקן של פנמון, שנפטר לפני עשרים שנה. הרב נבהל ממנה וקרא לחזן, ר' חיים דוד מורדיק, וזה התחיל: - חיה, הואילי נא לפתוח את הדלת ושחררי אותנו מפה. - מי זה? של מי הקול השונה הזה? מי אתה - אני, אני, חיה, החזן. אני פה וגם הרב פה ועוד כמה בעלי בתים. תני לנו לצאת. - אוי, אללי, ר' חזן, נוח על משכבך. תנו לנו מנוחה. היו מבקשים מהקדוש ברוך הוא עבור כולנו. היא נזכרה ברגע זה גם בחזן הזקן של פנמון שנפטר לפני 29 שנים. היא השאירה אותם בפנים ונמלטה. ומייד, כמו צלצול פעמונים התפשטה הידיעה שיצאו מקבריהם הרב הזקן של פנמון ועמו החזן וקראה בשמות האנשים שהיא זיהתה בפנים (כמו שדמיינה באותו רגע) שהיו כבר מזמן בעולם האמת. ובעירה היה שמח. אנשים שכבר גמרו לסעוד, ישבו על ספסל עם עיתון ברחוב לפני הבית. וכאלה שעוד לא גמרו את ארוחתם, כולם רצו לבית הכנסת הגדול. רק לביתנו לא הגיעה הידיעה, כי לא רצו לצער את סבי, החזן הנוכחי, שהחזן הזקן חזר לעיירה ונמצא בבית הכנסת. ומכיוון שבבית סבי חיכינו לו כולנו עם הארוחה, וכבר היינו מודאגים ולא ידענו מה לחשוב, שכל כך מאוחר וסבא לא חזר מבית הכנסת. ביום זה היה בית החזן מלא, כי בימים טובים היו נאספים לביתו כל בני המשפחה, המחותנים, הילדים ומשפחותיהם. החליטו לגשת לבית הכנסת ולראות מה קרה. מה התרחש שבשעה כל כך מאוחרת החזן לא חזר. הייתי אחד מהמשלחת, שהלכה לחפש את החזן האובד. התמונה שהתגלתה לנו, ליד בית הכנסת, צעירים וזקנים עמדו ליד הפשפש של חצר בית הכנסת, מתחת לאור פנסי החשמל, מבוהלים. להתקרב אל בית הכנסת הם חששו. ברגע שראו אותנו באים, רצו כולם לקראתנו בפליאה. הבן של החזן הלך ישר לדלת בין הכנסת וברגע שדודי שאל בקול רם, דרך הדלת: אבא? ענה מעבר לדלת החזן: שמואל, קח את המפתחות מחיה השמשית ופתח את הדלת וראה מה קרה איתה. היא כנראה, לא עלינו, השתגעה או יצאה מדעתה. היא נעלה אותנו ואחר-כך כשביקשתי ממנה וגם הרב, שתפתח לנו, דיברה אלינו כאל מתים. קשה לספר. אך אני חושב שכל אחד יכול לתאר לעצמו איך נראתה התמונה כאשר האנשים יצאו מבית הכנסת. וכשהלכנו עם סבא הביתה, פגשנו את בת הרב, שגם היא באה לראות מה קרה לאביה, שאחר כל כך לחזור הביתה. ואת הסיפור על שבועות היו מספרים כל שנה בפנמון והוא נקרא: "חיה השמשית והרוחות והשדים: הרב והחזן, נוחו על משכבכם והיו מתפללים עבורנו". אבל הסוף היה, לצערנו, שלחיה השמשית היתה אז רק טעות קטנה. לא רק הרב מה-יפית והחזן ר' חיים דוד מודריק היו הרוחות והשדים. אלא, לצערנו, בגלל השדים הנאצים, בשנת 1941, ודבר זה ראיתי במו עיני, ביום ב', 18 באוגוסט 1941, הרב וכל משפחתו, גם הבת שחיפשה את אביה באותו חג שבועות בבית הכנסת וליוותה אותו הביתה, ליוותה אותו כעת לעולם האמת. גם החזן עם כל משפחתו נפנפו אלי בידיהם בפעם האחרונה, ראיתי אותם מרחוק כשהובילו את כולם באותה דרך ב 28- באוקטובר 1941. |
הסיפור המלא |
|
בני אדם המתפללים בבית הכנסת בליל שבועות נחשבים כשדים. סוגרים אותם בבית הכנסת עד שחיה השמשית משחררת אותם. |
תמצית |
|
|
AT |
|
AT – פירוט |
|
ליטא |
עדה |
|
אגדת שדים |
סוגה |
|
מודריק, ח. ד. |
מספר |
|
מודריק, משה |
רושם |