לדף השער

לרשימת הסיפורים הכללית

למיון על פי טיפוס סיפורי

חיפוש לפי מלות מפתח

למיון על פי עדה

ארכיון אסע"י

לסיפור הבא

לסיפור הקודם

779 סיפור מספר


זכויות היצירה של הסיפורים מצויות בידי ארכיון הסיפור העממי בישראל ע"ש דב נוי (אסע"י) באוניברסיטת חיפה. בכל הסיפורים המובאים להלן מצוינים בהתאם להנחיות הארכיון הפרטים הבאים: המספר הסידורי של הסיפור בארכיון, שם רושם/ת הסיפור, שם מספר/ת הסיפור, עדת המוצא


הרב החטוף

שם הסיפור

דער פארפירטער רב

אין א קליינעם שטעטל האט געוואינט א רב מיט זיין ווייב און קינדער. דער רב איד געווען אברויסער תלמיד חכם און אויך א שטילער מענש. ער האט די בעלי בתים פון שטעטל זייער ליב געהאט. קיין רייכע מעניפשן האבן אין שטעטל ניט געוואוינט, און דער רב האט קוים כעמאפם א לעבן. אבער ער איז געווען א שמח בחלקו ער האט זיך באגנוגנט מיט אלץ כדיי ניט וויי צו טאן זיינע בעלי בתים. און אזוי איז די צייט .געגאנגען.

אין איינעם א פרימארגן פארן אדיין אין שטעטל שיין רייך אויסגעקליימע מענטשן און פרעגן זיך נאך אויפן רב. און אריינקומענדיק צום רב אין הויז גיבן זיי גלייך דעם רב שלום עליכם און זיי נעמען דערציילן אז זיי קומען פון אגרויסע שטאט און זיי זוכן א רב. זיי וועלן אים געבן א גוטן געהאלט אויב דער רב איז מסכים מיט זיי, מיט צופארן.

דער רב דערהערנדיק אזוינע דיבורים איז זייער געווען אומצופרידן, ווייל ער איז שויין געווען אזוי איינגעגעסן אין שטעטל, אז ער האט זיי גלייך אפגעזאגט. אבער זיי האבן אים גענומען איינרורדן אז ער האט שוין גרויסע טעכטער וואס זיינען שוין ראוי לחופה און אין דעם קליינעם שטעטל וועט ער קיינמאל זיי ניט בריינגען צו א תכלית. זיי האבן אין רב אזוי אריינגערעדט, ביז ער מסכים געווען אויף א תנאי, אז אויב אום וועט ניט געפעלן ווערן קען ער זיך אין אלע צייטן אומקערן. אין דער ווייל די צייט וואם זיי זיינען געווען ביים רב האבן זיי דער רעבעצן געגעבן גרויסע סומעס געלט אז אין שטוב איז געווען פון כל טוב. פארשטייט זיך אז יעדער מענטש האט א יצר הרע און צו גוטס קען מען זיך בעסער צוגעוואוינען. און דער רב פון זיין זייט האט זיך גענומען צוגעוואינען אז ער פארט מיט זיי מיט. און אז עם איז געקומען די צייט פון אוועקפארן האט ער צוזאמען גערופן די עלסטע קהל טוער פון שטעטל און זיי דערציילט די גאנצע לאגע, און מיט טרענרן די בעלי בתים פארשטייט זיך. זיי האבן אים געבעטן: - רבי, אויב עם וועט אייך ניט געפעלן ווערן דארטן, נעמען, מיר אייך אויף מיט אפענע ארימס, און דער רב האט זיי צוגעזאגט פארשטייט זיך, ער וועט, ער וועט, זעען ווי אים וועט געפעלן.

אין שטוב ביים רבן זיינען די מענטשן געווען זייער צופרידן, זיי האבן דער רעבעצן איבער געלאזט א גרויסע סומע געלט אז זי זאל האבן אויף די צייט וואם דער רב וועט ניט זיין מיט דער פאמילע. מפרנס צו זיין זיך ביז דער רב וועט איר קענען איבערנעמען אהין אין יעגער שטאט וואם ער וועט איבערנעמען דעם כסא הרבנות. און אזוי זעגנט זיך דער רב מיט די בני בית. און דער רב לאזט זיך מיט די מענטשן אין וועג אדיין. פארשטייט זיך אז זיינען געקומען מיט זייער פערד און וואגן. און אזוי פארט מען איבער פעלדער און, ישובים, אויפן וועג האבן זיי מיטן רב קין איין ווארט ניט גערעדט. דער רב האט זיך זייער געוואונדערט.

אין שטוב זיינען זיי געווען זייער פרום און פריינטליך און פלוצלנגג פילט דער רב ווי מען בינט אים הענט און פיס און מען ווארפט אויף אים א זאק אויפן קאפ.

האט שוין דער רב פארשטאנען אז עם איז אויף אים אנגעשיקט געווארן א שטראף דערפאר פארוואם ער האט פארלאזן זיינע ארימע ערליכע בעלי בתים פון שטעטל. אבער פארפאלן. די איינציקע געבעט וואם ער האט געבעטן ביים רבונו של עולם אז ער זאל זיך אומקערן צוריק צו זיין ווייב און קינדער.

אזוי איז דער רב געפארן א געבונדענער מיטן זאק אויפן קאפ, און אין זיין הארצן האט נעבעך ארויס געוויינט זיין צארן און אויפן וואגן פילט ער ווי די חברה לאזן זיך ווייל גיין. ער האט שויין דאן פארשטאנען אז ער געפינט זיך בא דעם שטן אין די הענט. מען איז אזוי אפגעפארן א סך צייט ביז דער וואגן איז געבליבן שטיין אלן מען גיט אים א באפעל אריים צוגיין. מען פירט אים אריין אין א פינסטערן צימער, מען וויזט אים אויף א שטרוי זאק. א הונגעריקער א מידער אן עסן גיט ער זיך א ורארף אויפן געלעגער און האלט אין אין קלאגן אבער אין קול ואין עונה און ער טוט תפילה אז גאט זאל אים אומקערן צוריק אין זיין שטעטל צו זיין ווייב און קינדער. אלע אינדערפרי פלעגט מען אים אונטערווארפן אאשטיקל ברויט מיט וואסער און וויפל צייט עם איז שויין פאריבער האט ער שוין אליין ניט געדענקט. דארטן וואו ער איז אריין געווארפן איז געווען א הויז מיט אסך צימערן ער האט ביסלעך ווייס גענומען ארום קוקן זיך וואו ער געפינט זיך אבער אין אלע צימערן איז געווען פוסט אבער איין צימער איז געווען געשלאפן. דארט האט ער ניט געקענט צוקומען און וויפל ער האט אריין געטראכט אלץ איז אים געקומען דער געדאנק אז ער מוז צוקומען צום געשלאסענעם צימער. אבער ער האט מורא געהאט טאמער נעמט קלאפן די חברה זאלן זיך דער הערן ווייל זיי קענען קומען און גליין הרגענען אים אבער אזוי ווי א קראפט וואלט אים געצויגן ער זאל עפעבען די טיריאון ער עפנט אויף די טיר זעט ער אין אווינקל שטייט איין קעסטל. ווי ער נעמט רירן די קעסטל און זעען וואס דארטן איז הערט ער פון קעסטל א קול פון א מענטשן:- ריר מיך ניט אן איך וועל נעמען שטארק שרייען וועלן גלייך קומען די חברה און זיי וועלן דיר הארגענען בלייב שטיין פון ווייטן און איך וועל דיר אלעס דערציילן, זיי וויסן אז דו ביסט אריין אין די הענט פון גזלנים כישוף מאכער און צו זייער ארבייט דארפן זיי האבן אלע זיבין יאר א קאפ פון א רב וואס זאל זיין דריי דורות רב. מיינע זיבן יאר גי יען באלד אויס האב איך זיי געשיקט צו דיר ווייל דו ביסט דריי דורות רב. מיין פליכט איז זיי צוזאגן אלץ אמת. איך רייד מיט דעם קראפט וייל אונטער מיין צרנג ליגט א שם הטומאה. דיך האבן זיי אייינגערעט און פאר בלענט די אויגן אז דו וועסט דא האבן א רייכע שטעללע און מיטן געלט פאר בלענד דיר די אויגן ארן דערפאר האסטו פארלאזן דיין ערליכע שטעטל יידן ווייל מיט געוואלד טארן זיי דיר ניט נעמען נאר פרייוויליג. און דער פאר האסטו פארדינטיקט נאר אזויווי דו האסט געטון תפילה צום רבונו של עולם און אסך געווינט און מיט איין ערליכן הארצן געבעטן אז דו זאלסט ניצל ווערן האט מען דיין בקשה אנגענומען.

איז הער אריס, אז עם וועט ווערן פינסטער קום צו נאענט צום קסטל און נעם ארויס פון אונטער מיין צונג דעם שם הטומאה, וועסטר גלייך בלייבן שטיין אויף א אפענעם פעלד. די גזלנים וועלן זיך היינט פארזאמען און דו זאלמט נעמען מיין קאפ און בריינגען צו קבר ישראל. און אז דו וועסט קומען נאענט צו דיין הויז און אז דו וועסט זעען דיין ווייב מיט די קינדער זאלסטו צו זיי ניט ריידן. ווייל די שטעטל וועט זיך פון דיר אפקערן אויף אסך מייל ווייט און אויב דו וועסט אפהיטן ווי איך האב דיך אנגעזאגט וועסטו ניצל ווערן.

דער רב פארשליסט די טיר און גייט צוריק צו זיין געלעגער אמידער, הונגעריק און צושראקן. ער ווארט ביז עס ווערט פינסטער. און אז עס איז פינסטער געווארן גייט ער צוריק צום טיר און ער גייט אריין אין צימער און נעמט ארויס דעם שם הטומאה פון אונטערן צונג. בלייבט ער גלייך אויף א פרייען פעלד. ער נעמט דעם קאפ און לייפט און פילט בלויז די שרעקליכע פארגאנגענהייט. באלד האט ער דער זעען א בית עולם. און ער בריינגט צו קבר ישראל דעם קאפ פון רב. און ער איז ווייטער געלאפן, קיין הונגער האט ער ניט געפילט. דער געדאנק אז ער ווערט ניצל איז זיינע כוחות געקומען צוריק. אז עם איז טאג געווארן איז ער קרים א לעבעדיקר אריין געפאלם אין שטוב. פארשטייט זיך אז די הויז געזינד האבן זיך זייר דערפרייט בליץ שנעל האט מען זיך דעוורסט אין שטעטל אז זייער ליבער רב איז צוריק געקומען.

ער האט צוריק איבער גענומען זיין כסא הרבנות און פארשפראכן אז זיין טאיערע שטעטל יידן וועט ער קיין מאל ניט פארלאזן.

הרב המרומה

בעיירה קטנה חי רב עם אשתו וילדיו. הרב היה תלמיד חכם מצטיין וגם אדם שקט. הוא אהב מאוד את בעלי הבתים בעיירה. לא גרו עשירים בעיירה, והרב בקושי התפרנס. אבל הוא היה מאושר בחלקו, הוא הסתפק בכל דבר כדי לא לפגוע בבעלי הבתים וכך חלף הזמן.

בוקר אחד, אנשים יפים ולבושים היטב עוברים בעיירה ושואלים על הרב. וכשהם נכנסים לבית הרב, הם מיד נותנים לרב שלום ומספרים להם שהם באים מהעיר אגרה והם מחפשים רב. הם יקבלו אותו בברכה אם הרב יסכים איתם.

הרב, ששמע דיבורים כאלה, לא היה מרוצה מאוד, כי הוא כבר היה כל כך שקוע בעיירה, עד שמיד סירב להם. אבל הם החלו לשכנע אותו שכבר יש לו בנות גדולות שכבר ראויות לחתונה ובעיירה קטנה זו הוא לעולם לא יביא אותן למטרה. כך שוחחו עם הרב, עד שהסכים בתנאי שאם לא ירצו אותו הוא יוכל לחזור בכל עת. במהלך הזמן שהם היו עם הרב, הם נתנו לרבי סכומי כסף גדולים כדי שהכל יהיה טוב בבית.

מובן מאליו שלכל אדם יש נטייה להיות להימנע מרע ועדיף להתרגל לטוב. והרב מצידו החל להתרגל לנסוע איתם. וכשהגיע הזמן לעזוב, הוא קרא למנהיג הקהילה הוותיק ביותר של העיר וסיפר להם את כל המצב, וכמובן עם בעלי הבתים. הם שאלו אותו: ''רבי, אם לא ימצא חן בעיניך שם, נקבל אותך בזרועות פתוחות.'' והרב הבטיח להם כמובן, שהוא יראה איך ימצא חן בעיניו [המקום החדש].

בבית הרב, האנשים שמחו מאוד, הם השאירו לרבנית סכום כסף גדול כדי שיהיה לה אותו לזמן שהרב לא יהיה עם המשפחה. עד שהרב יוכל להסתדר שם בעיר אגרה שבה יקבל את כס הרבנות. וכך נפרד הרב מבני בית. והרב יוצא עם האנשים לדרכם. כמובן שהם באו עם סוסיהם ועגלותיהם. וכך הם נוסעים על פני שדות, ובדרך, מתיישבים, לא דיברו מילה אחת עם הרב. הרב הופתע מאוד.

בבית שלו הם היו אדוקים וידידותיים מאוד, ולפתע הרגיש הרב את ידיו ורגליו קשורות ושק מושלך על ראשו.

הרב כבר הבין שעונש נשלח אליו על כך שעזב את בעלי הבתים העניים והכנים של העיר. אך אין מה לעשות. הבקשה היחידה שהגיש לאדון הקהל הייתה שיחזור לאשתו ולילדיו.

כך רכב הרב עם שק על ראשו, ובליבו השתמש בכעסו. אז הבין שהוא בידי השטן. הם נסעו כך זמן רב עד שהעגלה נעצרה עד שנתנו לו פקודה להמשיך. הם מובילים אותו לחדר חשוך, הם מניחים אותו על שק קש. רעב ועייף ללא אוכל, הוא שוכב על המיטה וממשיך להתלונן אך אין תשובה והוא מתפלל שאלוהים יחזיר אותו לעירו, לאשתו ולילדיו. בכל בוקר אנשים היו זורקים עליו חתיכת לחם עם מים וכמה זמן עבר, הוא לא זכר. המקום שבו נזרק היה בית עם חדרי אפר. הוא הסתכל מעט סביב כדי לראות היכן הוא נמצא, אך כל החדרים היו מלוכלכים, אך חדר אחד היה נעול. הוא לא הצליח להגיע לשם ולא משנה כמה חשב על כך, עלה במוחו הרעיון שעליו להגיע לחדר הנעול. אך הוא פחד לדפוק פן ישמעו אותו כי הם יוכלו לבוא ולהרוג אותו מיד, אך כאילו כוח מושך אותו לשם.

הוא פתח את הדלת וראה קופסה עומדת בפינה. כשהוא מזיז את הקופסה ורואה מה יש שם, הוא שומע קול מהקופסה: ''אל תיגע בי, אצרח בקול רם, החבורה תגיע מיד והם ינזפו בך, הישאר עומד מרחוק ואספר לך הכל. אתה יודע שאתה בידי שודדים, מכשפים ולעבודתם הם צריכים ראש רב שיהיה שלושה דורות של רבנים במשך כל שבע השנים. שבע שנותיי מתקרבות בקרוב, שלחתי אותם אליך כי אתה בן [של רב] שלושה דורות. חובתי להבטיח להם את האמת. אני מדבר בכוח הזה כי מתחת לשוני מסתתר שם של טומאה. הם שכרו אותך ועיוורו אותך שתהיה לך כאן משרה עשירה ועיוורו אותך בכסף, לכן עזבת את עירך היהודית הישרה כי הם לא יכולים לקחת אותך בכוח אלא מרצונך. ולכך היית ראוי רק כפי שהתפללת לריבונו של עולם בהתלהבות ובלב אחד ביקשת שתיוושע, בקשתך התקבלה. כשיהיה חשוך, תתקרב מדי לקופסה ותוציא מתחת לשוני את שם הטומאה, תמצא את עצמך מיד עומד על שדה פתוח. השודדים יתאספו היום ועליך לקחת את ראשי ולהביאו לקבר ישראל. ושתקרב לביתך ותראה את אשתך וילדיך, אל תדבר איתם. כי העיר תפנה [תתרחק] ממך עד קילומטרים רבים ואם תיזהר כפי שאמרתי לך, תינצל.

הרב נועל את הדלת וחוזר למיטתו, רעב ומפוחד. הוא מחכה עד שיחשיך. וכשהחשיך הוא חוזר לדלת והוא נכנס לחדר ומוציא את שם הטומאה מתחת לשונה של הגולגולת. הוא מצא עצמו מיד על שדה חופשי. הוא לוקח את הראש וחי ומרגיש רק את העבר הנורא. עד מהרה הוא ראה קהל. והוא מביא את ראשו של הרב לקבר ישראל. והוא המשיך לרוץ, הוא לא הרגיש שום רעב. המחשבה שהוא ניצל, כוחותיו חזרו. עם עליית היום, הוא חזר חי לבית. מיותר לציין שבני הבית היו מאושרים מאוד, ומהר מאוד התפשטה השמועה בעיר שרבו האהוב חזר.

הוא תפס בחזרה את כס הרבנות והבטיח שלעולם לא יעזוב את עירו היהודית היקרה.

הערה:

ראו הסיפור ''הגולגולת המדברת'' בספרו של פאלק הלפרן, סיפורי פראג, הוצאת ברקאי ורשה, תרפ''ד (1924)

הגולגולת המדברת

הסיפור המלא

רבה של עיירה קטנה ועניה נחטף בערמה על ידי חבורת מכשפים אשר מבטיחים לו כיסא רבנות בעיר גדולה ועשירה. הרב מגלה כי למכשפים נחוץ כל שבע שנים ראש ערוף של רב (המכהן בתפקיד זה במשך שלושה דורות) גולגולת הערוף הקודם מגלה זאת לרב ונותן לו עצה כיצד להימלט מן המכשפים (על ידי הסרת 'שם הטומאה' שמתחת לשונה של הגולגולת). הרב מביא את הגולגולת לקבר ישראל ונמלט מידי השודדים.

תמצית

AT 0506

AT

TALES OF MAGIC, AT 506 I a The Rescued Princess. The Grateful Dead Man. The hero ransoms a corpse from creditors who refuse its burial

AT – פירוט

ליטא

עדה

אגדת שדים

סוגה

פוס, דבורה

מספר

פוס, דבורה

רושם

לסיפור הבא

לסיפור הקודם